Zagreb Opening

בס”ד
גליקליכע טרערן פון התרגשות ביי דערהויבענע “חנוכת המקוה” אין זאגרוב; קראאטיע דורך “מקוה טהרה”
שהחיינו וקיימנו והגיענו; דעלעגאציע פון הנהלת “מקוה טהרה” ווערן אנטפאנגען מיט הארציגע דאנק געפילן דורך רב הקהלה און קהלה מיטגלידער
רירנדע סצענעס ווען מען דערלעבט ב”ה אזא געהויבענע מאמענט נאך לאנגע יארן וואס די נענטסטע מקוה איז געווען אין בודאפעסט, אונגארן; א רייזע פון פיר שעה
אשריכם ישראל! די אייביגע זכותים נשגבים באלאנגען פאר די הונדערטער גליקליכע “שעיר האלדערס” אין “מקוה טהרה” לטהר את עם ישראל
דעם פארלאפענעם מיטוואך פרשת תצוה העעל”ט, האבן אידישע קינדער אין דעם ווייטן זאגרוב, אין דאס לאנד קראאטיע, אויפגעהויבן די אויגן מיט טרערן פון שבח והודאה להשי”ת, ווען מען האט דערלעבט, נאך לאנגע יארן ווארטן און בענקן, צו אפרעכטן דעם הרגשות’דיגן מעמד “חנוכת הבית”, אויף דעם פרעכטיגן און שפאגל – נייע “מקוה טהרה”, וואס איז געבויעט געווארן דורך דעם הייליגן מפעל הכביר “מקוה טהרה”, זיי צו ערמעגליכן זיך פירן בקדושה אויף א צוגענליכן און גרינגן פארנעם בעזהשי”ת.
ווי אומגלויבליך עס הערט זיך זענען אידישע קינדער אין די ווייטע שטאט זאגרוב, געפארן יעדעס מאל א וועג פון פיר שעה! צו דערגרייכן די נענטסטע מקוה טהרה אין דער שטאט בודאפעסט, אונגארן. דער געטרייער רב הקהלה, הרב פנחס זאלקאס שליט”א, וועלכער שטייט אין שפיץ פון די רוחניות’דיגע מהפיכה אין שטאט, האט זיך געוואנדן מיט א הילפ’ס רוף צו “מקוה טהרה” וואס איז טאקע אריינגעשפרינגען אין די הייליגע ארבעט, צו אויפשטעלן א פראכטפולע מקוה טהרה, נאכ’ן ערהאלטן די אונטערשריפטן פון צענדליגער! אידישע משפחות וואס האבן הייס מקבל געווען אויף זיך צו נוצן די מקוה טהרה בקביעות, לטהרינו ולקדשינו
אט די הייליגע ארבעט האט למעשה אריינגעצויגן אין א ברייטפארצווייגטע און קאמפליצירטע בוי – פראיעקט און ענדגילטיג אפגעקאסט די סומע פון 200,000 דאללער, אבער ווען עס קומט צו “טהרת ישראל” שפילט דען געלט און מיה א ראלע ? וברם יזכרו לטוב די חשוב’ע תומכים ומסייעים, תומכי טהרה וועלכע האבן ערמעגליכט בנדבת לבם די פאנדן פאר דעם גרויסן פראיעקט, ובתוכם הרבני הנגיד החסיד מוה”ר אברהם יצחק פראנצויז הי”ו, וועלכער האט פיל געלייסטעט למען טהרתן של ישראל
איז עס דערפאר געווען א ריכטיגע “זה היום עשה ה’ נגילה ונשמחה בו” ווען מען האט ענדליך דערלעבט, ווען מען האט ענדליך זוכה געווען, צו מחנך זיין די שפאגל נייע הערליכע מקוה טהרה, וואס איז אויפגעבויעט און אהערגעשטעלט געווארן מיט אזא אויסטערלישע שיינקייט מיט אלע הידורים וחומרות. א פראכט מבית ומבחוץ
ווען עס איז געקומען דער פרייליכער מאמענט, דער התרגשות’דיגער מעמד חנוכת הבית, איז דאס ווירקליך אפגעהאלטן געווארן ברוב עם הדרת מלך, מיט די באטייליגונג פון די גליקליכע אידישע געמיינדע אין שטאט, און מיט די אנוועזנהייט פון א חשוב’ע דעלעגאציע פון מפעל “מקוה טהרה”, וועלכע זענען ספעציעל קומען צופארן פון ניו יארק, אינאיינעם מיט הרבני הנגיד החסיד המרומם מוה”ר ירמי’ בראך הי”ו, וזוגתו החשובה, וועלכע האבן געהאט די זכי’ צו זיין די “בוני מקימי המקוה” בנדבת לבם הטוב לזכרון עולם בהיכל ה’. מה רב חלקם וזכותם
ווי נעמט מען דעם פעדער צו באשרייבן די שמחה של מצוה וואס האט זיך געשפירט אין דער לופטן? ווי קען מען בכלל שילדערן וואס פארא עמאנאציאלע געפילן פון שבח והודאה עס האט זיך ארויסגעגאסן פון אלעמענס הערצער ביי אזא רירנדע איבערלעבעניש? מען האט געהערט ווארימע דרשות פון דעם רב הקהלה שליט”א, פון ארטיגע תושבים און פון די הנהלת “מקוה טהרה” און מען איז זיך פארגאנגענען אין פייערליכע טענץ בשיר וקול תודה וואס האט אלעמען בארירט ביז טרערן און האבן זיך שווער געקענט אפשטעלן
אינאיינעם מיט די פתיחת שערי המקוה האבן די דארטיגע אידן נישט געקענט גענוג אויסדרוקן מיט ווערטער זייער הכרת הטוב פאר זייערע טייערע ברודער מעבר לים וואס האבן א גלייכע טייל און זייער טהרה, די שותפים און “שעיר האלדער” פון מקוה טהרה, וואס האבן אצינד עררייכט נאך אן אייביגע זכות פון טהרת ישראל מיד ולדורות.
דאס איז נישט מסירת נפש; דאס איז אונזער זכי
א מערקווירדיגע אנעקדאט וועלכע פארציילט אונז עטוואס איבער די מסירת נפש’דיגע אידן פון ‘זאגרוב’ שילדערט אונז איינער פון פון די אקטיווע עסקני “מקוה טהרה”, וועלכער איז אנוועזענד געווען
איך האב געהאט די זכי’ צו אויפטרעטן מיט עטליכע ווערטער ביי דעם דערהויבענעם און התרגשות’דיגן מעמד “חנוכת המקוה”. האב איך דערביי אויסגעדרוקט מיינע הרגשי הלב זאגנדיג אז “אונז, ניו יארקער אידן, וואס האבן אלעס צוגעשטעלט אויף א גאלדענעם טאץ, ווייסן אפילו נישט דאס וואס דאס מיינט מסירת נפש…. אבער ווען מיר קומען אהער און מיר זעהן וויאזוי די היזיגע אידישע קינדער זענען זיך מוסר נפש פאר יעדע דבר שבקדושה באקומען מיר א שטיקל אנונג וואס דאס איז טייטש ריכטיגע מסירת נפש
ווען איך ענדיג מיין דרשה קומט צו מיר צו אן ארטיגער אידישער איינוואוינער און זאגט מיר: “איר זענט נישט גערעכט”…. איך האב זיך שוין דערשראקן. ווער ווייסט וואס איך האב דא נישט ריכטיג געזאגט. אבער דער איד לאזט מיר נישט ווארטן און זאגט מיר מיט א פשטות: “איר האט געזאגט אז מיר האבן מסירת נפש, דאס איז נישט ריכטיג, מיר האבן א זכות
און דער איד זעצט פאר מיט שיינענדיגע אויגן: “איך האב א זכי’ צו פארן יעדעס מאל צו א מקוה א וועג פון פיר שעה ביז בודאפעסט – דאס איז אונזער זכות! ענק ניו יארקער אידן האבן נישט דעם זכות
אשרי העם שככה לו
מחיל אל חיל; “מקוה טהרה” באזוכט אידישע געגענט אין “באד – האמבורג” – דייטשלאנד
באלד נאך די פייערליכע “חנוכת המקוה” אין זאגרוב, האבן די שלוחי דרחמנא פון “מקוה טהרה” אפגערייזט צו די קומענדיגע סטאנציע; דער שטאט “באד האמבורג”, דייטשלאנד, וואס געפינט זיך נעבן פראנקרייך. דארט איז פארהאן א בליענדע אידישע קהלה וואס בעטן זיך אז זיי ווילן זיך פירן בקדושה און בעז”ה וועט מען אצינד אנהייבן דעם גרויסן פראיעקט פון טהרת ישראל, מיט די אקטיווע הילף און שטיצע פון מפעל “מקוה טהרה”
מיט בלויז עטליכע יאר צוריק איז די שטאט געווען א רוחניות’דיגע מדבר שממה, אן קיין איין אידישע קהלה, אבער דאס האט זיך ב”ה געטוישט מיט די אנקום פונעם ארטיגער רב הקהלה, הרב בערל ראבינאוויטש שליט”א, וועלכער האט אריינגעבלאזן א טל של תחי’ אין די ארטיגע אידן
היינט צוטאגס איז אין דער שטאט פארהאן א גרעסערע אידישע קהלה, אן אנגייענדע בית המדרש מיט אריבער 30 מתפללים מדי שבת בשבתו, א קינדערגארטן פאר די צאן קדשים, און אצינד וועט “מקוה טהרה” דארט אויפשטעלן א כשר’ע מהודר’דיגע מקוה מיט’ן גאנצן פראכט, אויף די פארלאנג פון מערערע ערליכע אידישע משפחות וועלכע האבן אנגעקלאפט די טירן פון “מקוה טהרה” און זיך געוואנדן מיט א געבעט פון די טיפענישן פון הארץ אז זיי ווילן לעבן בקדושה וטהרה
דורכאויס דעם באזוך האבן די שלוחים פון “מקוה טהרה” איבערגעשמועסט די נויטיגע דעטאלן מיט די ארטיגע עסקנים וויאזוי צו אנהויבן דעם גרויסן קאסטבארן פראיעקט און בעז”ה וועט מען טאקע אין די סאמע נאנטע טעג צוטרעטן צו די מלאכת הקודש וואס
וועט בעז”ה מרבה זיין טהרה בישראל במדה גדושה