Kashrus Trip Part 1- Laranca Cyprus
שליח מיוחד פון “מקוה טהרה” אפגעפלויגן אויף לענגערע נסיעה צו פארזיכערן העכסטע סטאנדערד און כשרות המקוואות ארום די וועלט
ערשטע דעסטינאציע: לאראנקע קפריסון
אונזערע אידישע ברידער אין דאס אונזל קפריסין האבן מיט התרגשות אנטפאנגען דעם ספעציעלן שליח, הרה”ג רבי שלמה אברהם פאללמאן שליט”א, משגיח פון מעפל הכביר “מקוה טהרה”, וועלכע האט אפגעשטאטעט דארט א באזוך, אלס טייל פון א לענגערע רייזע לענגאויס “מקוה טהרה” פראיעקטן אין אייראפע, כדי זיך צו אומקוקן אויף די לעצטע הלכה’דיגע דעטאלן צום גמר פון די מקוה טהרה אין “לאראנקא – קפריסין” וואס איז געבויעט און אהערגעשטעלט געווארן ברוב פאר והדר דורך “מקוה טהרה”
מקוה טהרה האט אונטערגענומען די רייזע צו באזוכן עטליכע שטעט און געגנטער וואו עס ווערט אצינד געבויעט מקוואות טהרה לזכות את ישראל, און איבערקוקן מיט אן עינא פקוחה אלע קאמפלעצירטע דעטאלן און טעכנישע חלקים לגבי די בוי ארבעט, פראקטיש ווי הלכה’דיג אז אלעס זאל אהערגעשטעלט ווערן אויפ’ן שענסטן און מהודר’דיגסטן פארנעם
די ערשטע סטאנציע איז געווען אין דאס אינזל קפריסין, אפיציעל גערופן “סייפרוס,” וואו עס וואוינען היינט צו טאגס איבער 500 אידן, אין צוגאב צו די טויזנטער אידן וואס פארן כסדר אהין אויפ’ן וועג צו ביזנעס אד”ג. און די איינציגסטע וועג פאר א מקוה טהרה איז א נסיעה מיט א פליגער קיין ארץ ישראל
מיט די הילף פון נדיבים בעם האט “מקוה טהרה” דארט אויפגעשטעלט א פראכטפולע “מקוה טהרה” לשם ולתפארת, וואס ווערט אין די יעצטיגע וואכן פולקאם פארענדיגט
אבער צוליב דעם וואס אין די לעצטע מינוט איידער דאס אנפולן די בורות האט מען זיך דערזען מיט א שטיקל הלכה’דיגע פראבלעם מיט’ן דאך פונעם בנין המקוה, איז דער חשוב’ער משגיח שליט”א אנגעקומען אויף א פערזענליכע איבערבליק, וואו ער האט זיך א לענגערע צייט אומגעקוקט אויף די פראקטישע און הלכה’דיגע לעזונגען וואס וועלן אונטערגענומען ווערן צו פאררעכטן דעם פראבלעם
ומחיל אל חיל, האט מען זיך טאקע באלד גענומען צו די ענדגילטיגע ארבעט, אז אלעס זאל זיין אהערגעשטעלט מיט אלע איינריכטונגען און הידורים, אויפ’ן שענסטן פארנעם ברוחניות וגשמיות, למהדרין מן המהדרין, און מען גרייט זיך בעז”ה אט צו אנפולן די בורות מיט מי גשמים, און פייערן די חנוכת המקוה ברוב פאר והדר
דער קורצער אבער קאנצעטרירטער באזוך איז ב”ה געקרוינט געווארן מיט א געוואלדיגע סוקסעס און אצינד זעצט פאר די מלאכת הקודש מיט אן אימפעט און באנייטע התחדשות לברך על המוגמר, בשעת אז עס קענטיג אויף די דארטיגע אידישע איינוואוינער שטראלן פון גליק און פרייד, שהחיינו וקיימנו והגיענו לזמן הזה