UPDATE: Project #18 Astrakhan, Russia

טייערע ידיד אונזער שותף אין די הייליגע פעולות!

יום בשורה היא לכולנו, מיט פרייד ווילן מיר אייך אינפארמירן איבער די הערליכע אנטוויקלונג פון נאך א פראיעקט אין די הייליגע ארבעט פון “מקוה טהרה העולמי” ווען עס ווערט אצינד ב”ה געגאסן די פאדעמענטן פון די מקוה טהרה אין די שטאט “אסטראקהאן” אין רוסלאנד!

עס איז א געוואלדיגע דערגרייכונג און זכי’ פאר אונזער מפעל וואס האט איר איינע ציל אויפבויען מקוואות טהרה ארום די וועלט פאר אחב”י וואס לעכצן צו היטן טהרה און אידישקייט בדרך ישראל סבא, ב”ה מיר זענען די ריכטיגע שלוחים דערצו און השי”ת זאל אוודאי ווייטער באגלייטן די הייליגע פעולות מיט סייעתא דשמיא.