Zagreb Opening

בס”ד גליקליכע טרערן פון התרגשות ביי דערהויבענע “חנוכת המקוה” אין זאגרוב; קראאטיע דורך “מקוה טהרה” שהחיינו וקיימנו והגיענו; דעלעגאציע פון הנהלת “מקוה טהרה” ווערן אנטפאנגען מיט הארציגע דאנק געפילן דורך רב הקהלה און קהלה מיטגלידער     רירנדע סצענעס ווען מען דערלעבט ב”ה אזא געהויבענע מאמענט נאך לאנגע יארן וואס די נענטסטע מקוה איז געווען אין

Continue reading »

Birobidzhan Mikvah Pouring

 After 15 years of anticipation, the concrete was finally cast for the first Mikvah ever in the Jewish Autonomous Region of Russia On Wednesday, 31 October כ״א חשון,  the concrete was cast for the first Mikvah ever to be built in the Jewish Autonomous Region of Russia – a region appropriated to Jews by Stalin. The

Continue reading »

Kashrus Trip Part 2-Grodna Belarus, Sofia Bulgaria

מקוה טהרה באזוכט אין נאך אידישע געגנטער לענגאויס אייראפע צו פארזיכערן טהרת ישראל אויפ’ן העכסטן סטאנדארט

משגיח רייזט אפ פון קפריסין קיין גרודנא: בעלארוס אנצופולען בורות מי גשמים – פון גרודנא איז מען ממשיך די וועג קיין סאפיע: בולגאריע צוצגרייטען די פלענער פארן איבערבוי פון די דארטיגע מקוה טהרה וועלכע איז ליידער גענצליך חרוב געווארן פון א שריפה און די בנין המקוה

אייראפע – ווי באריכטעט פארגאנגענע וואך צווישן די שפאלטענעס פון אונזער צייטונג האט דער מפעל הכביר “מקוה טהרה” אונטערגענומען, אין די יעצטיגע זומער וואכן, א ספעציעלע רייזע, ווען הרה”ג רבי שלמה אברהם פאללמאן שליט”א, משגיח טהרה, האט ארומגערייזט אין מערערע באזונדערע שטעט און געגנטער וואו עס ווערט אצינד געבויעט און ערגענצט קאסטבארע און פרעכטיגע “מקוה טהרה” פראיעקטן לזכות את ישראל, כדי כדי זיך צו אומקוקן אויף די לעצטע הלכה’דיגע דעטאלן צום גמר פון די מקוואות טהרה

אין די ראמען פון דעם וויכטיגן איבערזיכט האט מען אפגעשטאט א באזוך אין דער אור – אלטער שטאט גראדנע, בעלארוס, וואו עס איז אצינד פולקאם פארענדיגט געווארן די נייע פרעכטיגע מקוה דורך “מקוה טהרה”. צו ענטפערן דעם וויי געשריי פון די דארטיגע אידישע קהלה וואס זייער נענטסטע מקוה ביז היינט געפינט זיך אין דער שטאט מינסק, א וועג פון 4 שעה

די נייע פרעכטיגע מקוה איז געבויעט געווארן אין די הייליגע און היסטארישע “גרויסע שול פון גראדנא” וואס איז נאך אויפגעבויעט געווארן דורך דעם הייליגן לבוש, דער מרא דאתרא, צווישן די יארן תל”ו און ת”מ, מיט 400 יאר צוריק! אין אט דעם הייליגן בנין האט “מקוה טהרה” אויפגעשטעלט א הערליכע מקוה טהרה מיט אלע הידורים און חומרות אויפ’ן שענסטן פארנעם

אצינד ווען גרייט זיך צו מחנך זיין און באנייען די מקוה טהרה האט דער משגיח זיך אומגעקוקט מיט אן עינא פקוחא אויף אלע פרטים און טעכנישע חלקים פון דעם בור טבילה, און ב”ה אז מען האט שוין טאקע אנגעהויבן אנפולן די בורות טבילה מיט מי גשמים, נאכדעם וואס מען האט פארזיכערט אז אלעס איז אהערגעשטעלט פראקטיש און הלכה’דיג אויפ’ן מהודר’דיגסטן אופן ברוב פאר והדר

פון דארט איז דער משגיח שליט”א געפארן צו דער בולגארישער הויפטשטאט סאפיע, וואו די עקזיסטירנדע מקוה טהרה איז ליידער גענצליך פארניכטעט געווארן דורך א העלישע שריפה

אויפ’ן פארלאנג פון דעם רב העיר הרב יוסף סאלאמאן שליט”א האט “מקוה טהרה” זיך לעצטנס אריינגעווארפן אין די עבודת הקודש צו פולשטענדיג רענאווירן און איבערבויען פונדאסניי די גאנצע מקוה, עס זאל זיין פאסיג צום באנוץ פאר די ארטיגע אידישע קינדער וואס ווילן זיך פירן בטהרה

די גרויסע שריפה האט טאקע נישט געשעדיגט די בורות טבילה, אבער פארט האט זיך אויסגעפעלט צו איבערקוקן די בורות און פארזיכערן אז איז טאקע פארבליבן כשר למהדרין אן קיין שום סדקים. דעריבער האט דער משגיח זיך א לענגערע צייט באטראכט אלע זייטן און איבערגעגאנגען אלע דעטאלן פון די בורות צו פארזיכערן אז מען קען זיך בעז”ה רוקן ווייטער מיט די רענאוואציע ארבעט אויף אלע ארומיגע טיילן פון די מקוה צו ערגענצן דעם “השלם זה הבנין”. ומחיל אל חיל, האט מען זיך טאקע גענומען צו די ענדגילטיגע ארבעט, צו איבערבויען פונדאסניי די מקוה  מיט אלע איינריכטונגען און הידורים, אויפ’ן שענסטן פארנעם ברוחניות וגשמיות, למהדרין מן המהדרין

די קורצע אבער קאנצעטרירטע באזוכן זענען ב”ה געקרוינט געווארן מיט א געוואלדיגע סוקסעס און ווירקליך זעצט טאקע פאר די מלאכת הקודש פאר טהרת ישראל אין אלע בוי פראיעקטן מיט אן אימפעט און באנייטע התחדשות לברך על המוגמר, בשעת אז עס  קענטיג אויף די אידישע איינוואוינער שטראלן פון גליק און פרייד, שהחיינו וקיימנו והגיענו לזמן הזה

Kashrus Trip Part 1- Laranca Cyprus


IMG-20180625-WA0066

IMG-20180625-WA0061

IMG-20180625-WA0059

IMG-20180625-WA0058


 

שליח מיוחד פון “מקוה טהרה” אפגעפלויגן אויף לענגערע נסיעה צו פארזיכערן העכסטע סטאנדערד און כשרות המקוואות ארום די וועלט

ערשטע דעסטינאציע: לאראנקע קפריסון

אונזערע אידישע ברידער אין דאס אונזל קפריסין האבן מיט התרגשות אנטפאנגען דעם ספעציעלן שליח, הרה”ג רבי שלמה אברהם פאללמאן שליט”א, משגיח פון מעפל הכביר “מקוה טהרה”, וועלכע האט אפגעשטאטעט דארט א באזוך, אלס טייל פון א לענגערע רייזע לענגאויס “מקוה טהרה” פראיעקטן אין אייראפע, כדי זיך צו אומקוקן אויף די לעצטע הלכה’דיגע דעטאלן צום גמר פון די מקוה טהרה אין “לאראנקא – קפריסין” וואס איז געבויעט און אהערגעשטעלט געווארן ברוב פאר והדר דורך “מקוה טהרה”

מקוה טהרה האט אונטערגענומען די רייזע צו באזוכן עטליכע שטעט און געגנטער וואו עס ווערט אצינד געבויעט מקוואות טהרה לזכות את ישראל, און איבערקוקן מיט אן עינא פקוחה אלע קאמפלעצירטע דעטאלן און טעכנישע חלקים לגבי די בוי ארבעט, פראקטיש ווי הלכה’דיג אז אלעס זאל אהערגעשטעלט ווערן אויפ’ן שענסטן און מהודר’דיגסטן פארנעם

די ערשטע סטאנציע איז געווען אין דאס אינזל קפריסין, אפיציעל גערופן “סייפרוס,” וואו עס וואוינען היינט צו טאגס איבער 500 אידן, אין צוגאב צו די טויזנטער אידן וואס פארן כסדר אהין אויפ’ן וועג צו ביזנעס אד”ג. און די איינציגסטע וועג פאר א מקוה טהרה איז א נסיעה מיט א פליגער קיין ארץ ישראל

מיט די הילף פון נדיבים בעם האט “מקוה טהרה” דארט אויפגעשטעלט א פראכטפולע “מקוה טהרה” לשם ולתפארת, וואס ווערט אין די יעצטיגע וואכן פולקאם פארענדיגט

אבער צוליב דעם וואס אין די לעצטע מינוט איידער דאס אנפולן די בורות האט מען זיך דערזען מיט א שטיקל הלכה’דיגע פראבלעם מיט’ן דאך פונעם בנין המקוה, איז דער חשוב’ער משגיח שליט”א אנגעקומען אויף א פערזענליכע איבערבליק, וואו ער האט זיך א לענגערע צייט אומגעקוקט אויף די פראקטישע און הלכה’דיגע לעזונגען וואס וועלן אונטערגענומען ווערן צו פאררעכטן דעם פראבלעם

ומחיל אל חיל, האט מען זיך טאקע באלד גענומען צו די ענדגילטיגע ארבעט, אז אלעס זאל זיין אהערגעשטעלט מיט אלע איינריכטונגען און הידורים, אויפ’ן שענסטן פארנעם ברוחניות וגשמיות, למהדרין מן המהדרין, און מען גרייט זיך בעז”ה אט צו אנפולן די בורות מיט מי גשמים, און פייערן די חנוכת המקוה ברוב פאר והדר

דער קורצער אבער קאנצעטרירטער באזוך איז ב”ה געקרוינט געווארן מיט א געוואלדיגע סוקסעס און אצינד זעצט פאר די מלאכת הקודש מיט אן אימפעט און באנייטע התחדשות לברך על המוגמר, בשעת אז עס  קענטיג אויף די דארטיגע אידישע איינוואוינער שטראלן פון גליק און פרייד, שהחיינו וקיימנו והגיענו לזמן הזה

 

 

 

 

 

 

 

Pages:123»