RCE Bucharest convention 2018

 

עסקנים פון “מקוה טהרה” הערן ערשט- האנטיגע דעטאלן איבער די ווייטאגליכע הזנחה פון מקוואות טהרה לענגאויס אייראפע

דעלעגאציע פון “מקוה טהרה” אין שפיץ פון מו”ה אברהם יהושע וואלדמאן הי”ו יו”ר “מקוה טהרה” איינגעלאדנט צום “יערליכע אייראפע רבנים קאנווענשאן” אין בוקארעסט; רומעניע

עסקנים טרעפן זיך מיט צענדליגער דעלעגאטן פון קהלות און ארגאניזאציעס לענגאויס אייראפע צו הערן לעבעדיגע באריכטן איבער דעם סטאטוס פון טהרה אין אידישע געגנטער

פילצאליגע קהלות בעטן זיך פאר הילף צו אויפבויען מקוואות טהרה, און אנדערע עקזיסטירנדע מקוואות נויטיגן זיך דרינגענד צו ווערן איבערגעפרישט און באנייט

 

בוקארעסט רומעניע – די געטרייע שלוחי דרחמנא פון דעם בארימטן מפעל הכביר “מקוה טהרה” אין שפיץ פון מו”ה אברהם יהושע וואלדמאן הי”ו, מייסד ויו”ר, אינאיינעם מיטן געטרייען עסקן למען טהרתן של ישראל מו”ה יעקב האמער הי”ו און “מקוה טהרה’ס” דעזגנירטע ארכיטעקט מו”ה שמאול לוין הי”ו, האבן די פארגאנגענע וואך אפגעהאלטן א רייע פון פראדוקטיווע און וויכטיגע זיצונגען מיט צענדליגער דעלעגאטן פון קהלות קדושות לענגאויס אייראפע, איבער די קריטישע טעמע פון “טהרת ישראל” בכל רחבי אייראפע.

יאר יערליך ווערט אין אייראפע אפגעהאלטן א צענטראלע “קאנווענשאן” דורך די פירענדע רבני’שע אויטאריטעטן פון איבער גאנץ אייראפע, וואו עס קומען זיך צוזאמען פילצאליגע גרעסערע און קלענערע ארגאניזאציס און פאנדס און מען באטראכט די סטאטוס פון אידישקייט איבער די שטעט און לענדער.

דאס יאר, צו דער געלענגהייט פון דעם יערליכן קאנווענשאן, וואס איז פארגעקומען אין בוקארעסט, די הויפטשטאט פון רומעניע, האט די צענטראלע רבני’שע ארגאניזאציע פארבעטן די עסקני מפעל “מקוה טהרה” און זיי איינגעלאדנט צו אריבערקומען זיך טרעפן מיט פירער און עסקנים פון קהלות, ארגאניזאציעס, און צדקה פאונדס, צו דיסקיסירן און אויסשמועסן די אויסטערלישע געברויך וואס הערשט אין אידישע געגנטער פאר מקוואות טהרה, און וואס עס קען געטון ווערן אין דעם ריכטונג צו העלפן אידישע קינדער להתקדש בקדושה של מעלה.

אין לויף פון די זיצונגען מיט רעפרעזענטאטן פון אידישע קהלות איז ארויפגעברענגט געווארן צום אויבערפלאך די ווייטאגליכע מציאות מערערע קהלות אויף די ברייט און די לענג אין אייראפע, האבן פשוט נישט דאס געלט צו בויען מקוואות טהרה, און די ערליכע פאמיליעס מוזן זיך שלעפן אויף ווייטע שטעט און לאנגע וועגן במסירת נפש צו קענען זיך פירן בקדושה. אין זייער אסאך אידישע געגנטער זענען פארהאן צענדליגער אידן וואס וואלטן געוואלט זיך פירן בטהרה אבער צוליב דעם מאנגל אין מקוואות ווערט דאס נאכגעלאזט ה”י.

דאס זעלבע איז אויסגעשמועסט געווארן אן אנדערע ווייטאגליכע פאקטאר אז אויך אין אזעלכע געגנטער וואו עס זענען יא פארהאן מקוואות טהרה, וואס איז אויפגעבויעט געווארן אין די פארגאנגענע יארן, איז עס צומאל נישט געהעריג באגלייט געווארן, און מיט די צייט זענען די מקוואות זייער נזנח געווארן, וואס ברענגט אז עס זאל זיין ממש שווער זיך צו באנוצן דערמיט, וואס איז אויך א שטארקע מניעה פאר אסאך אידישע קינדער וועלכע פלעגן זיך פירן בטהרה אבער האבן ליידער אויפגעהערט צוליב די נאכגעלאזטע צושטאנד פון די מקוואות.

אלס א קליין ביישפיל איז כדי אנצווייזן אויף די אידישע קהלה אין בארצעלאנע; שפאניע, וואו עס וואוינען אסאך אידן, צווישן זיי תמימות’דיגע ספרדישע אידן וועלכע פירן זיך בקדושה ובטהרה, אבער צום באדויערן האבן די ארטיגע רעפארמער לעצטנס איבערגענומען די בנין המקוה פון די קהלה, וואס באדייט אז עס מוז זאפארט אויפגעשטעלט ווערן א כשר’ע מקוה טהרה, בכדי די ארטיגע אידן זאלן חלילה נישט נזנח ווערן און יסוד טהרתן של ישראל, נישט האבענדיג קיין מקוה טהרה צו די האנד, וד”ל.

א צווייטע ביישפיל איז די אידישע קהלה אין פינסק בעלארוס וואו עס איז טאקע פארהאן א מקוה טהרה, וואס איז שוין געבויעט געווארן מיט צענדליגער יארן צוריק, אבער ליידער איז קענטיג אז די מקוה איז “פוחת והולך”, עס קומען ווייניגער אידן פון יאר צו יאר, צוליב דעם וואס די מקוה געפינט זיך א שרעקליך נאכגעלאזטע צושטאנד וואס איז גורם א הזנחה אין יסוד קדושתן של ישראל. עס פעלט זיך דרינגענד אויס א פולקאמע רענאוואציע צו אהערשטעלן א פראכטפולע מקוה טהרה כראוי וכיאות.

און לויף פון די קאנווענשען האבן עסקני “מקוה טהרה” זיך אוועקגעזעצט מיט נאנט צו צוואנציג רבנים וועלכע האבן געברענגט א לעבעדיגע באריכט פון אונזערע ברידער אין פולע שטעטלעך און געגנטער לענגאויס אייראפע וועלכע לעכצן צו אנהויבן א נייע לעבן פון אמת’ע אידישקייט און טהרה, און קוקן ארויס אויף די אויפבוי פון א פראכטפולע מהודרדיגע מקוה טהרה ביי זיי און שטאט, און “מקוה טהרה” איז דער גוטער שליח וואס איז דא זיי צו העלפן עררייכן דעם געהויבענעם ציל, צו באגלייטן די פילע מקוה פראיעקטן מיט געלט און שטיצע, בעזר וסיוע.

 גלייכצייטיג קוקט מען ארויס אויף אידן רחמנים בני רחמנים וועלכע האבן א געפיל פאר “טהרת ישראל” און קענען זיין בייהילפיג מיט סיי וועלכע פעולות פון עסקנות און הילף, זאלן זיך ביטע פארבינדן מיט’ן אפיס פון “מקוה טהרה” צו נעמען א חלק כחלק מיט די נאבעלע טהרה אקטיוועטען וועלכע ווערן פראקטיצירט אין אידישע געגנטער להחיות עם רב, צו פארשפרייטן און מרבה זיין טהרה בישראל אויף א ריזיגן פארנעם.

!אשריכם ישראל לפני מי אתם מטהרין