מעמד יציקת היסודות’ דורך מפעל “מקוה טהרה” אין ווייטן גאמעל; בעלארוס

גאמעל בעלארוס

ג ניסן תשע”ז

בָּרוּך שֶׁהֶחֱיָנוּ וְקִיְּמָנוּ וְהִגִיעָנוּ לַזְּמַן הַזֶּה:

גליקליכע טרערן און רירנדע געפילן ביי היסטארישע ‘מעמד יציקת היסודות’ דורך מפעל “מקוה טהרה” אין ווייטן גאמעל; בעלארוס

ודור רביעי ישובו הנה: ערשטע ‘מקוה טהרה’ אין שטאט גענוי אכציג יאר נאכדעם וואס די מקוה טהרה אין גאמעל איז פארשלאסן געווארן דורך די יעוועסקעס שר”י

***

דער משגיח טיט ציווייזען איטליכע תיקונים בעפארן אנהויבן גיסן

***

די משגיח איז מפקח אויף די ארבעט בשעתן גיסן די בורות

***

הרב נחמן הורוויץ שליטא שליח מיוחד פונעם בעל מכשיר הרב יצחק טריגער שליטא, מיט ר‘ שמואל לוין מקוה טהרהס‘ ארכיטעקט,

און דער ארטיגער ראש הקהל

***

 ערשט נאכן פארזיכערן אז אלעס איז פארזיכערט און  אויסגעהאלטן לכל הדיעות הויבט מען אן גיסן די בורות

‘באר חפרוהו שרים’

***

די פרעמס פאר די בורות ווערן אראפגעלאזט

***

די בורות פארענדיגט גרייט פאר די קימענדיגע פאזע צו גיסן די טרעפ פון די בור טבילה און אויסטיילן די בורות.

גאמעל; בעלארוס – מיט רוישנדע געפילן פון שבח והודאה האט די אידישע קהלה אין די שטאט מיטגעלעבט געהויבענע און רירנדע מאמענטן פון טהרת וקדושת ישראל, דעם פארגאנגענעם ג’ ניסן העעל”ט, ווען עס איז געפראוועט ווערן דער היסטארישער מעמד יציקת היסודות פאר א נייעם פראכטפולן מקוה טהרה אין דער שטאט, וואס ווערט פינאנצירט און געבויעט דורך די געטרייע עסקנים פון דעם מפעל הכביר “מקוה טהרה” אין שפיץ פון דעם איש חי ורב פעלים, הרבני החסיד מו”ה אברהם יושע וואלדמאן הי”ו, דער לעגענדארער מייסד ויושב ראש פון די ארגאניזאציע מיום היווסדה.

קורא ומזה טהרת מים: א בליק אויף די שטאט גאמעל און איר מקוה אויפבוי:

די שטאט גאמעל, אויך גערופן האמעל, געפינט זיך אין דעם געגנט פון בעלארוס, דורכאויס הונדערטער יארן האבן אידן דארט געוואוינט און געדינט השי”ת. די קאמיוניסטישע רעוואלוציע אינאיינעם מיט די יעוועסקע באנדעס שר”י האבן אבער ליידער געברענגט א רוחניות’דיגע פארניכטונג אויף די הייליגע אידישע קהלה אין שטאט. גענוי מיט אכציג יאר צוריק, בשנת תרצ”ח לפ”ק, איז די מקוה טהרה אין שטאט פארשלאסן געווארן און זינט דאן איז דאס מער נישט ערעפענט געווארן.

אבער נצח ישראל לא ישקר, אין די לעצטע יארן האט ווידער אויפגעשיינט דאס אידישע ליכט פון תורה און טהרה אין דער שטאט, אונטער די הנהגה פון דעם געטרייען רב הקהלה הרב יוסף זשאלודעוו שליט”א, אבער דער צוקונפט פון אידישקייט איז נאטורליך געוואנדן אויפ’ן אויפבוי פון א שפאגל-נייע מקוה בתכלית הכשרות, אהערגעשטעלט דורך “מקוה טהרה.”

הונדערטער ערליכע אידן בעטן זיך; מיר ווילן א מקוה:

מיט עטליכע חדשים צוריק איז עס געווען ווען הרב זשאלודעוו שליט”א האט אנגעקלאפט די טירן פון “מקוה טהרה” און זיך געוואנדן מיט א געבעט פון די טיפענישן פון הארץ אין נאמען פון הונדערטער אידן פון דער שטאט: זיי ווילן לעבן בקדושה וטהרה און דעריבער ברויכן זיי אמשנעלסטן האבן א כשר’ע מקוה טהרה, וואס איז דערווייל נאכנישט פארהאן אין די גאנצע אומגעגענט.

האט איר געגלייבט אז היינטיגע צייטן פארן אידן א וועג פון 4 שעה צו א מקוה ? אומגלויבליך אבער א טרויעריגע מציאות. אידן אין גאמעל וועלכע ווילן זיך פירן בקדושה ובטהרה דארפן מאכן דעם לאנגן אויסמאטערנדן וועג צו די שטאט מינסק, א מהלך פון הונדערטער מייל, וואס געדויערט 4 שעה איין וועג, 8 שעה ביידע וועגן אהין און צוריק! קענען מיר שטיין אין דער זייט און זיי נישט העלפן אין זייער נויט ?

טרם יקראו ואני אענה! די עסקנים פון מקוה טהרה האבן דערהערט אט דעם וויי- געשריי און אויף זיך גענומען די לאסט פון בויען א מקוה טהרה אויפן העכסטען קוואליטעט אין גשמיות ווי אין רוחניות, נעמענדיג אין באטראכט אז דאס איז ממש א בחינה פון א מת מצוה, און די דארטיגע אידן ווארטן דערויף בכליון עינים.

באגלייטונג און הילף פינאנציעל און ארכיטעקטואל:

אין אנהויב איז די ארטיגע קהלה איז געווען ממש פארצווייפלט און נישט געגלייבט אז זיי וועלן קענען צוזאמשטעלן די געפאדערטע סומע וואס מען נויטיגט זיך אנצוהויבן אזא פראיעקט. אבער די געטרייע עסקנים פון “מקוה טהרה” האבן אריינגעבלאזן א פרישן טל של תחי’ אין דעם קאמפיין. מען האט אהערגעשטעלט א מייסטערהאפטיגן קאמפיין וואס איז געקרוינט געווארן מיט א געוואלדיגן סוקסעס און ב”ה אריינגעברענגט די סומע פון 37,000 דאללער, דורך א “מעטשינג פאונד” וואס איז פינאנצירט געווארן דורך “מקוה טהרה”.

אבער די קאסטן פון מקוה, שטח, קאנסטראקציע, אינווייניגסטע דעזיין און נויטיגע איינריכטונגען ווערט געשאצט צו ענדגילטיג אפקאסטן 140,000 דאללער, אזוי ארום אז עס פארבלייבט נאך די ריזיגע סומע פון איבער הונדרעט טויזנט דאללער וואס דארף אויסגעצאלט ווערן דורך “מקוה טהרה” צו ערגענצן די מקוה בטהרתה ובתפארתה.

אויסער די אסטראנאמישע סומעס וואס “מקוה טהרה” גיסט אריין אין דעם קאסטבארן פראיעקט, האט מען זיך אריינגעווארפן אויך אין די פאקטישע טעכנישע ארבעט. “מקוה טהרה” האט איינגעשפאנט דעם בארימטן ארכיטעקטור פון ארץ ישראל, הרב שמואל לעווין הי”ו,  אינאיינעם מיט’ן חשוב’ער דיין הרב נחמן הורוויץ שליט”א, בשליחותו פון דעם בארימטן מומחה לעניני מקוואות הרה”ג ר’ יצחק טריגער שליט”א, וועלכע האבן אין די לעצטע חדשים געמאכט די “פלענס” און אויסגעארבעט אלע קאמפלעצירטע דעטאלן און טעכנישע חלקים לגבי דעם בוי ארבעט, פראקטיש ווי הלכה’דיג אז אלעס זאל אהערגעשטעלט ווערן אויפ’ן שענסטן און מהודר’דיגסטן פארנעם.

דער היסטארישער מעמד יציקת היסודות:

איז דעריבער פארשטענדליך די שמחה וואס האט באהערשט די דארטיגע אידן צו דער פריידיגער געלעגנהייט פונעם יציקת יסודות הבורות. אין די טעג בעפאר דעם מעמד זענען געקומען צופארן דער ארכיטעקט הרב שמואל לעווין הי”ו, און דער דיין הרה”ג רבי נחמן הורוויץ שליט”א, וועלכע האבן איבערגעקוקט פון דער נאנט די פראקטישע און הלכה’דיגע איינריכטונגען פון די בורות, און אנגעוויזן אויף פארשידענע לעצט – מינוטיגע תיקונים וואס האבן זיך נאך אויסגעפעלט צו פארזיכערן אז אלעס ווערט געפירט בתכלית ההידור והכשרות.

דאנערשטאג פרשת ויקרא העעל”ט, יום ג’ ניסן, איז געווען דער גרויסער טאג ווען עס זענען ב”ה געגאסן געווארן די בורות טבילה פון די נייע מקוה, מיט די אנוועזנהייט פון די רבנים המכשירים שליט”א. אויף אלעמענס פנים’ער האט זיך אנגעזען א קורת רוח און שמחה של מצוה מיטהאלטנדיג א מאורע אשר לאו בכל יומא מתרחיש, ווי עס ווערט ב”ה נתרבה טהרה בישראל וואס וועט זיין א כבוד שמים פאר די שטאט.

די אידישע איינוואוינער פון דער שטאט האבן זיך איינפאך געווישט די טרערן פון שמחה און מיט געהויבענע געמיטער האט מען זיך געוואונטשן די ברכה פון “אשריכם ישראל, לפני מי אתם מטהרין”. דאס איז ווירקליך געווען א העכסט – עמאנאציאלע איבערלעבעניש, ווען נאך אכציג יארן וואס אידישקייט אין רוסלאנד איז כמעט אונטערגעגאנגען ווערט באנייט א מהודר’דיגע מקוה טהרה – פינאנצירט און אויפגעבויעט דורך “מקוה טהרה” לטהרינו ולקדשינו.

א לעצט- מינוטיגע רוף צו אחינו בני ישראל:

אין דער צייט וואס מקוה טהרה איז פארוויקלט אין די סאמע – לעצטע דעטאלן אינערהאלב דער פארצווייגטער בוי פראיעקט אין בעראלוס, איז מען אבער צום באדויערן נאך היבש הונטערשטעליג מיט די ריזיגע קאסטן וואס אזא סארט פראיעקט וועט אריינציען. “מקוה טהרה” קען זיך נישט ערלויבן צו שלעפן מיט די בוי ארבעט פאר אַן איבריגע מינוט. אידן נדיבי לב קענען אצינד עררייכן אַן אייביגער זכות נצחי אין די גמרה של מצוה דורך אויסצאלן די פארבליבענע הוצאות המקוה און דערמיט אפקויפן דעם זכות המקוה לעד ולנצח, לעילו נשמת אייערע נאנטע און באליבטע, אדער לישועה ולברכה. רופט אריין צום צענטראלן אפיס אויף 718-840-3833 און נעמט א טייל אין קדושתן וטהרתן של ישראל.

פתחו לי שערי צדק אבא בם אודה קה!

Continue reading »

Leave a Reply

Your email address will not be published. Required fields are marked *